From Wikipedia, the free encyclopedia
שלעזיש (שלעזיש: ślůnsko godka, ślůnski, אָדער pů našymu; פּויליש: język śląski) אָדער אייבערשלעזיש איז אַ שפּראַך־וואַריאַנט וואָס מע רעדט אין דער אייבערשלעזיע־ראַיאָן פֿון פּוילן, אויך אין דער טשעכײַ און אין דײַטשלאַנד. אין 2011 האָבן בערך 509.000 מענטשן[1] געמאָלדן שלעזיש ווי זייער מוטערשפּראַך. מע שאַצט אָפּ אַז שלעזיש האָט בסך־הכּל 1.250.000 רעדערס.
שלעזיש איז א מערבֿ־סלאַווישע שפראַך, נאָענט צו פּויליש (טייל לינגוויסטן האַלטן שלעזיש פֿאַר אַ פּוילישן דיאַלעקט.)
מע פֿלעג שרײַבן שלעזיש מיטן פּוילישן אַלפֿאַבעט. אין 2006 האָט מען געשאַפֿן א נײַעם שלעזישן אַלפֿאַבעט, באַזירט אויף 10 שלעזישע שריפֿטן. דער נײַער אַלפֿאַבעט ווערט געניצט אויף דער אינטערנעץ און אין דער שלעזישער וויקיפּעדיע.
דער אַלפאַבעט האָט 32 אותיות: Aa Bb Cc Ćć Čč Dd Ee Ff Gg Hh Ii Jj Kk Ll Mm Nn Ńń Oo Pp Rr Řř Ss Śś Šš Tt Uu Ůů Ww Yy Zz Źź Žž
און פֿיר דיגראַפֿן: Ch Dz Dź Dž.
וויקיפּעדיע אויף שלעזיש |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.