תולדות אהרן
From Wikipedia, the free encyclopedia
תולדות אהרן איז א ירושלימער חסידות מיט איבער צוויי טויזנט משפחות וואס איז געגרינדעט געווארן אלס אן אפטיילונג פון דער חבורה פון עובדים דורך ר' אהרל'ע ראטה'ס חסידים שומרי אמונים. טייל פון זיי וואוינען אין בית שמש, חריש און טבריה, און אויך האבן זיי שטיבלעך אין לאנדאן, מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל.
דער רבי און גרינדער איז געווען רבי אברהם יצחק קאהן בעל ״דברי אמונה״.