װיקיפּעדיע:אונטערבלאט
From Wikipedia, the free encyclopedia
אן אונטערבלאט איז א בלאט וואס זיין נאמען אנטהאלט א "/" (קאסע ליניע). מען ניצט אונטערבלעטער ווען א בלאט האט א שטארק שייכות מיט אן אנדער בלאט.
וויקיפעדיע אנווייזונגען |
---|
אינהאלט |
קלאסיפיקאציע |
אונטערבלאט |
רעדאקטירן |
רעדן |
אויפירונג |
עטיקעט |
סטיל |
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע |
דאס מעדיעוויקי ווייכווארג דערמעגלעכט שאפן אונטערבלעטער אין געוויסע נאמענטיילן. דארט וואו ס'איז מעגלעך שאפן אונטערבלעטער, טוט מען דאס מיט דעם פאלגנדן סארט פארבינדונג:
- [[נאמענטייל:הויפטבלאט־נאמען/אונטערבלאט־נאמען]]
אדער אין א קורצן פארמאט (פון דעם הויפטבלאט אליין):
- [[/אונטערבלאט־נאמען]]
אין דער יידיש־וויקיפעדיע קען מען שאפן אונטערבלעטער אין אלע נאמענטיילן.
אונטערבלעטער ווערן ברייט באניצט איינצושפייכלערן אלטן אינהאלט פון שמועס־בלעטער (ארכיוון), אבער מען קען זיי ניצן אויך צו שפאלטן א דיסקוסיע אדער איינארדענען א באניצער בלאט. אויך ניצט מען אונטערבלעטער צו שאפן פריוואטע זאמדקאסטנס.