וויזשניץ מאנסי (הויף)
חסידישער הויף / From Wikipedia, the free encyclopedia
וויזשניץ מאנסי, איז א חסידישער הויף, א צווייג פונעם וויזשניצער. דאס מאנסי וויזשניצער הויף איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'תשל"ב דורך רבי מרדכי האגער, דער צווייטער זון פונעם פערטער וויזשניצער רבי, רבי חיים מאיר האגער. די הויפטקווארטיר פונעם הויף, געפינט זיך אין דעם שטעטל מאנסי, אין ניו יארק. דאס וויזשניצער חסידות פארמאגט עטליכע טויזנטער משפחות, פון זיי הונדערטער וועלכע וואוינען אויך אין ארץ ישראל און אין ענגלאנד.