שבועות
From Wikipedia, the free encyclopedia
שבֿועות (אַרויסגערעדט: שוואועס) איז איינער פֿון די „שלש רגלים“, פֿון דרײַ יידישע ימים–טובֿים: פסח, שבֿועות, סוכות. דער יום–טובֿ געפֿאלט דעם 6טן אין סיון (דאָס איז אין ארץ–ישׂראל, אין חוץ לארץ איז דער יום–טובֿ אויך צומאָרגנס, דעם 7טן טאָג אין סיון).
דער נאָמען „חג שבֿועות“ שטייט אין חומש (דבֿרים ט”ז) און איז דער טײטש דער יום–טובֿ פֿון די „וואָכן“, ווײַל ווי דער חומש זאגט אין ויקרא כ”ג דאַרף מען אָפצײלן זיבן וואָכן (49 טעג) פֿון 1טן טאָג עומר „ממחרת השבת“ (פֿון צומאָרגנס פֿון שבת), און דער פופציגסטער טאָג איז יום–טובֿ שבֿועות. אין חומש ווערט אָבער ניט געשטאַנען קלאָר, וואָס מען מײנט „ממחרת השבת“. נאָר די תורה שבעל פה דערקלערט, אַז דאָס מײנט מען נישט פֿון „צומאָרגנס פֿון שבת“, פֿון זונטיג, נאָר מען מײנט פֿון „צומאָרגנס פֿון פסח“.[1] דאָס איז אײנער פֿון די הויפט–פונקטן, אין וועלכן די פרושים, די וואס הערן צו צו די פירושים וואס די חכמי ישראל וואָס האלטן פֿון תורה שבעל פה, אונטערשײדן זיך פֿון אַנדערע יודישע סעקטעס, ווי צדוקים, שומרונים, קאַראַיִמער, וועלכע האַלטן, אַז ממחרת השבת מײנט מען פֿון זונטיג, און דעריבער פֿאַלט בײַ זײ שבֿועות שטענדיק אויס אין זונטיג. און חומש הײסט דער יום–טובֿ אויך „חג הקציר“ (מסכת שמות כ”ג), דאָס הײסט דער יום–טובֿ פֿון שנײַדן תבֿואה, יום הבּיכּורים (במדבר כ”ה), דאָס הײסט דער טאָג פֿון דער ערשטער–צײַטיקער תבואה. אין דער משנה און גמרא הײסט ער אויך „עצרת“, און כּדי אים אונטערצושײדן פֿון שמיני עצרת ווערט ער טײל מאָל אָנגערופֿן „עצרת של פסח“.