משיח
אידישע פיגור / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער ארטיקל רעדט וועגן משיח אין אידישקייט, פאר אנדערע רעליגיעס זעט משיח (אלגעמיין)
משיח אדער מלך המשיח איז דער מענטש וואס איז לויט דער אידישער רעליגיע ערווארטעט צו ברענגען די גאולה שלימה און אויסלייזן די אידן פון גלות. גלייבן אז דער צוקונפטיגער משיח וועט ענדליך קומען איז איינס פון די פונדאמענטאלע טיילן אין אידישקייט.