שחרית
From Wikipedia, the free encyclopedia
שחרית איז דער תפילה וואס אידן דאווענען אינדערפרי. דאס איז די לענגסטע פון די טאג-טעגלעכע תפילות. שחרית הייבט אן מיט ברכות און קרבנות, און דערנאך זאגט מען פסוקי דזמרה. נאכהער איז דער עיקר טייל פון דער תפילה, קריאת שמע מיט אירע ברכות און שמונה עשרה. נאכדעם זאגט מען תחנון און עטלעכע מזמורים און פסוקים. מאנטאג, דאנערשטאג און שבת ליינט מען די תורה ביי שחרית.
די צייט פון שחרית איז די ערשטע פיר שעה'ן פון טאג; קריאת שמע מוז מען ענדיגן פריער, ביז דריי שעה'ן פון טאג. וותיקין דאווענען שחרית גאנץ פרי כדי אנצוהייבן די שמונה עשרה מיטן זונאויפֿגאַנג.