אידישע אמונה פרינציפן
וויקיפעדיע ליסטע / From Wikipedia, the free encyclopedia
עס זענען פארהאן פאשידענע ווערסיעס אין די עיקר פרינציפען פון די אידישע רעליגיע, אבער די מערסטע באקאנט און אנגענומען איז די רמב"םס ווערסיע.
אין לויף פון מיטל אלטער איז דאס באשריבן געווארן פיל ווערסיעס קיין איינס איז נישט געווארן עפעס א יסוד. אנדערשט ווי אלע אנדערע רעליגיעס ווי.צ.ב.ש. איסלאם אדער קריסטעניטום וואס זייערע פרינציפן זאגט צו מען באלאנגט אין זייער גלויבן צו נישט. איז ביי אידן לויטן הלכה שטאנדפונקט די אלע עיקרים נישט קיין תנאי אין דער אידישער אידענטיטעט מען איז א איד אפילו מען גלייבט נישט אין פראקטיק די אלע פרינציפן. פון דעסטוועגן דאך, זענען די עקרים די הויפט אויספארעמער און ווערט באטראכט אלס הארב און גאר וויכטיג אין דעם רעליגיע טייל פון אידישקייט אז מען איז פארפליכטעט דערין צו גלייבן.
צווישן די פארשרייבער און ציילער פון די עיקרים פארעכענט זיך ר' סעדיה גאון אויף זיין פירוש אויף תורה רעכענט ער אויס 10 עקרים. דער רמב"ם אין זיין פירוש אויף משניות רעכענט אויס 13. דער חכם פון די קראים יהודה בן אליהו הדסי 10, רבי חסדאי קרשקש 6, רבי יוסף אלבו 3, און רבי יצחק אברבנאל רעכענט בלויז איין עיקר - די באשאפונג.